יוסף קערלער
פונעם בוך
דאָס געזאַנג צווישן ציין, תל אביב, 1971
קוימען־קערער
לאַנג שוין שמעקט ניט אונדזער קוימען
מיט קיין קוימען־רויך,
ווי זשע קומט אַ קוימען־קערער,
דאָרטן, אין דער הויך?
ס'רודערט ניט קיין קוימען־קערער
ערגעץ לעבן דאַך,
נאָר אַ שוואַרצער טרוימען־הערער
טאָג־ווי־נאַכט איז וואַך.
און ס'כאַפּט אויף זיין זשעדנע אויער
פלייסיק
(
Read more... )